פארפעלט נישט קיין גליון

סובסקרייבט צו מטעמים

קלייבט אויס א פלאן און פילט אויס אייערע פרטים. דערנאך שרייבט אריין אייער קרעדיט קארטל גלייך דא אויף דעם זייטל.

קלייבט א פלאן

אייערע פרטים

ביטע שרייבט אריין אייער נאמען.

ביטע שרייבט אריין א גילטיגע אימעיל.

ביטע שרייבט אריין א טעלעפאן נומער.

אדרעס (נישט נויטיג)
קרעדיט קארטל

ביטע קלייבט אויס א גילטיגע דאטום.

אייער קרעדיט קארטל ווערט באארבעט זיכער דורך Cardknox. די קארטל נומער גייט גלייך צו Cardknox און ווערט נישט געהאלטן ביי אונז. דער באטראג ווערט אויטאמאטיש באצאלט לויט דעם אויסגעקליבענעם פלאן.

מטעמים איז א וועכנטליכע גליון מיט א קאלירפולע זאמלונג פון טרעפליכע אויסצוגן און זאפטיגע ציטאטן פון לעצטיגע דרשות, וואס וועט אייך שענקען אן עונג רוחני מדי שבוע בשבוע

די גאנצע אינהאלט ווערט אהערגעשטעלט עקסקלוסיוו פאר דעם גליון, דאס נעמט אריין זוכן די סחורה, אויפטייפן און אהערשטעלן אויף א גאר געשמאקע און ליינבארע סטיל, האלטנדיג די ציל פאר די אויגן, אז יעדע איינציגע ווארט זאל זיין עכט אינטערעסאנט און בארייכערן די ידיעות און קורת רוח פונעם ליינער

די חומר נעמט אריין א פולע ספעקטרום פון עניני תורה וחסידות, סיפורי צדיקים, השגחה פרטית, התחזקות בשמירת עינים, עבודת השם, כח התפלה, קורות הדורות, א.א.וו. מכל מיני 'מטעמים' וואס מען פארשטייט אז דאס וועט זיין אינטערעסאנט צו ליינען

מיר לייגן א דגוש אז די גאנצע גליון זאל זיין געשריבן אויף אידיש, ליינבאר פאר מענער, פרויען און קינדער צוגלייך, און ווי אויך מאכט מען זיכער אז יעדע זאך ווערט אראפגעשריבן דאס מערסטע פארשטאנדבאר, כדי מ'זאל עס קענען ליינען לייכט און געשמאק, און קענען איבערזאגן ביים שבת-טיש, וכדומה

ליינט און קוועלט